דער בײַנאַכטיקער ווינט
קומט אַראָפּ פֿון די בערג.
ער צעלויפֿט זיך און שפּרינגט
איבער מדבר יהודה.
מיט בײַנאַכטיקן טינט
ווערט געשריבן אַ ווערק.
לשון־קודשדיק קלינגט
אַ בײַנאַכטיקע דודע.
זײַ געוואַנגט! גיי אַרויס
אין דער נאַכט אָן געווער.
פֿלי פֿאָרויס מיטן ווינט
צו דערזען ים־המוות.
ס’בליט אַ שטיינערנע רויז.
סאַראַ נאַכט! ס’איז ניט שווער
אָפּצושאַפֿן די זינד
פֿון אומזינדיקע אָבֿות.
כפֿר־אלדד אלול, תּשס"ט